דער אייזענבאהן – הרכבת.
א.
אן אייזענבאהן א נייער, איז די צייט געווארן
וועלכע פיהרט פאסאזשירן, סיי ארים סיי רייך
לויפט זעהן דעם חידוש, נאר האלט דאס בזכרון
וויל דאס איז א משל אנטקעגן אייך.
ב.
מיר זיצן דא אין די וואגאנען
דער לאקאמאטיוו איז די צייט
ער פיהרט מיט זיך מענטשן מיליאנען
ער לויפט ווי קוילן אין שטרייט
ג.
יעדע רעלס איז א סקונדע
יעדע סטאציע איז א יאהר
יעדע פשיעשאדקע איז א שטונדע
יעדרע פאיאזד איז א דור
ד.
דעם בילעט, וואס דו האלטסט אין טאש
דאס איז דיין מזל, דיין רייזעפלאן
ווי צו פאהרן, אין וואס פאר א קלאס
דאס ווערט בעשטימט פון ג-ט, פון דירעקטער פון באהן.
ה.
די קאנדוקטארן בעקוקן די בילעטן
זיי זעצן יעדן אין זיין קלאס
וועמען אין ערשטן, מיט דיוואנען געבעטן
און וועמען אין פערטן, וו ענג און נאס
ו.
אונזערע קאנדוקטארן זענען די שלוחים
פון דער השגחה געשיקט
וועמען געבן געזונט און רווחים
און ווער ס'זאל חס ושלום זיצן געדריקט
ז.
וועמען געזונט עשירות און אלעס
און קינדער ווי עפעל פון בוים
וועמען עלענד, קראנקהייט און דלות
און דערצו זיין פערוואגלט פון דער היים.
ח.
אויף די קאנדוקטארן, איז נישטא קיין אומרעכט
די וועלט פיהרט זיך מיט א פלאן
מען זעצט יעדן, לויט זיין בילעט
וויל אזוי איז בעשימט פון ג-ט, דעם דירעקטאר פון באהן.
ט.
ביי די וואגזאלן קלינגט מען מיט א גלעקל
די קאנדוקטארן שפרינגען אראפ
עס לויפן פאסאזשירן, יעדער מיט זיין פעקל
פיל קומען צו, און פיל קומען אפ
י.
די סטאציעס זענען אונזערע יארן
ראש השנה צייכענט מען אן
וועמענס בילעט ס'איז נאך וייטער צו פארן
און ווער עס זאל גיין פון וואגאן.
יא.
אונזערע קאסירער זענען בית דין של מעלה
בילעטען ווערט פערקויפט דורכן דין
ווער עס זאל פארן לאנג, און ווער נאר א וויילע
און ווער ס'זאל חס ושלום פערזמאן דעם מאשין
יב.
אז מען הייסט אראפ גיין דינג זיך נישט
כאטש דו ביסט נאך נישט קיין אלטער מאן
דיין בילעט איז אויס, דו וויינסט אומזיסט.
ווייל אזוי איז בעשטימט פון ג-ט, פון דירעקטאר פון באהן.
יג.
אז די פאיזאזדן זאלן זיך נישט סטרעצשען
איז דאס אנבעלנגט אן טעלעגראפיסט
חלילה אז נישט קענען זיי זיך קאלעטשען
און וואגאנען מיט מענטשן ווערן צו וויסט.
יד.
די טעלעגראפיסטן זענען, די לערער פון קינדער
דאס זענען זייערע פעדאגאגען
אויף צווי דעות קאנטראסטען בעזונדער
טוט דעס קינד'ס מוח, נישט צו שלאגן.
טו.
דער אלטער דור לויפט, און פירט די אמונה
דער פרישער דור, שרייט שטיין!
לאז נישט לערער, צווי קאנטראסטען אויף דער טריבונע
געוואלד! האט רחמנות אויף זיי.
טז.
מיט איין שלעכט ווארט, פערדולט איר זיין קאפ
ער פערלירט די אמונה, און ווערט א טיראן
און שפרינגט ווי א ווילדער פון רעלסן אראפ
געגן דען ווילן פון ג-ט, דעם דירעקטאר פון באהן
יז.
דער מאשיניסט שטייט אויף די פיקעטן
קוקט אויפן צילינדער פיל היץ פיל זשאר
מיט אאין פערזען, קען ער פון וועג אפטרעטן
און וואגאנען מיט מענטשן זענען אין געפאר.
יח.
דער מאשיניסט איז דער שכל די געהירן
ער איז אונזער פירער ביים לעבן
דער שכל אליין, קען פון וועג אראפ פירן
האט מען איהם א תורה געגעבן.
יט.
האסט א צילינדער א תורה פון אויבן
ווי ענג עס איז דיר גיב נאר א פרעג
אמונה מי שכל, חקירה מיט גלויבן
דאן וועסטו גיין בשלום דיין וועג.
כ.
די שוטים די ווילדע, די פרעשטאפטע מוחות
שרייען: ווי לויפן עז וואגאנען אן פערד
ווי קען לופט און פארע האבן די כוחות
צו שלעפן וואגאנען מענטשן אויף דער ערד
כא.
די שוטים קוקן אויף דעם בלי ראי'
קענען און ווילן נישט פערשטיין
אז א ג-טליכר קראפט ליגט אין יעדער בריאה
און דאס גיט קראפט ער זאל קענען גיין
כב.
פרעמדע מענטשן זיי איז אומבעקאנט
ניט פאר זיי איז צו זען, די מאשין דעם פלאן
אויסער דעם, וואס ער האט פערשטאנד
צו פערשטיין די חכמה פון ג-ט, פון דירעקטאר פון באהן.
כג.
ווי גרויס איז דער טומך ביי די וואגזאלן
ווען איין פאיאזד פארט אפ, דער צוויטער קומט אן
וויסן ווי גייט דארט די מענטשן, בין איך אבעלן
נאר פערשווינדען דער פאיאזד, ווי אלופט-באלאן.
כד.
די באן איז די צייט אין וועלכער מיר לעבן
פאיאזדען לויפן ווי א היישעריק
א דור נאך א דור בליען און שוועבן
איינער קומט אן, א צוויטער גייט אוועק
כה.
איך האב געוואלט מיט מיין קינד, נאך צווי ווערטער רעדן
נאר פלוצלינג פייפט אויס דער סוויסטיאק
מיר שרייען האלט, אבער מען לאכט אויס אונז ביידן
דו הערסט נאך דעם טוט קלינגען, דער גלאק.
כו.
די מינוט איז טייער, עס איז ניטא קיין צייט
זי איז געוויגען אויפן גראם
דער אלטער, דער שוטה, אומזיסט ער שרייט
אזוי איז בעשטימט פון ג-ט, דעם דירעקטאר פון באהן.